
דניאל גלאַי Photo by the Yiddish Book Center
פֿון מיכאל קרוטיקאָװ
October 26, 2026
דניאל גלאַיס באַנד „דער פֿאָיע און אַנדערע פּיעסעס“ (ה. לײוויק־פֿאַרלאַג, תּל־אָבֿיבֿ, 2026), נעמט אַרײַן צוועלף דראַמאַטישע ווערק אין פֿאַרשײדענע זשאַנערס: מעלאָדראַמעס, מאָנאָדראַמעס, משפּחה־דראַמעס און פּאָליטישע סאַטירעס.
די ווערק זײַנען פֿאַרשיידענע, אָבער זײ װערן צונױפֿגעקניפּט דורך אַ בשותּפֿותדיקן מאָטיװ פֿון זכּרון און זײַן כּוח פֿון תּיקון.
גלאַי איז געבוירן געוואָרן אין 1945 אין בוענאָס־אײַרעס, בײַ אַ משפּחה פֿון ייִדישע אימיגראַנטן. אין שטוב, אויף משפּחה־שׂימחות און אױף דער גאַס האָט ער געהערט ייִדיש, העברעיִש און שפּאַניש, װי אױך די קלאַסישע מוזיק, כּלי־זמר און טאַנגאָ.
זײַן טאַטע, זישע גאָלדוואַסער, איז געווען אַ שנײַדער און אַן אַמאַטאָרישער ייִדישער אַקטיאָר. דורך אים האָט דער יונגער דניאל אײַנגעזאַפּט די קלאַנגען, עמאָציעס און אינטאָנאַציעס פֿונעם ייִדישן טעאַטער.
צו פֿינף יאָר האָט גלאַי אָנגעהויבן זיך לערנען מוזיק, לכתּחילה אין בוענאָס־אײַרעס און דערנאָך אין תּל־אָבֿיבֿ. שפּעטער האָט ער באַקומען אַ מאַגיסטער אין קאָמפּאָזיציע פֿונעם שיקאַגע־אוניווערסיטעט.
דער ביאָגראַפֿישער הינטערגרונט העלפֿט פֿאַרשטיין די טיטל־פּיעסע „דער פֿאָיע“. דעם הױפּטהעלד פֿישעלעס פֿאָטער איז — ווי גלאַיס אייגענער טאַטע איז געווען — אַ שנײַדער, װאָס איז פֿאַרליבט אינעם טעאַטער.
דער טעאַטער, און בפֿרט דער פֿאָיע, װערט פֿאַרװאַנדלט אין אַ זכּרון־קאַמער, װוּ עס װערט אױסגעשפּילט די דראַמאַטישע ליבע־געשיכטע פֿון פֿישעלע און זײַן געליבטער רײזעלע. זײ באַװײַזן זיך אױף דער בינע אין דרײַ געשטאַלטן — װי קינדער, יונגע לײַט און דערװאַקסענע.
דער פֿאָיע איז מער ווי אַ טייל פֿונעם טעאַטער־בנין. דאָס אין אַ פּונקט װוּ דער זכּרון טרעפֿט זיך מיט דער ווירקלעכקייט. דער דערוואַקסענער פֿישל עקשטיין שטייט דאָ ווי אַ רואה ואינו נראה, אַן אומזעעוודיקער אָבסערוואַטאָר װאָס פּרוּווט צו פֿאַרבינדן „צוויי פּונקטן אין דער צײַט“.
בײַ גלאַין איז די קינדהײט ניט קײן אַלטע מעשׂה־שהיה, נאָר זי פֿאַרמאָגט אַ שליסל צום הײַנט: „דער סוד פֿון וואָס איך בין הײַנט, מײַנע טרוימען, ליבע און פּײַן, שטעקט אין אָט די נאָענטע קינדעריאָרן“, זאָגט פֿישל אינעם פֿאָיע.
ווען דער קליינער פֿישעלע קען ניט ענטפֿערן אויף אַ פֿראַגע פֿונעם כּפֿל־טאַבעלע, שרײַט ער אויס: „דרײַצן טויזנט מיליאַרד!“ דער קלאַס לאַכט אים אױס, אָבער פֿאַר אים שטעקט אין דער דאָזיקער צאָל אַ סוד, אַן „עניגמע“.
שפּעטער ווערט ער אַ באַרימטער פֿיזיקער. עס גײט דאָ ניט סתּם וועגן אַ שלעכטן תּלמיד, וואָס איז געקומען צום שׂכל. די עניגמאַטישע ריזיקע צאָל איז אַ סימן פֿון אַ שטאַרקן כּוח־הדמיון. די שול קען ניט דערקענען זײַן טאַלאַנט, אָבער דװקא אָט דער כּוח דערמעגלעכט זײַן אױפֿטו אין װיסנשאַפֿט.
אַן ענלעכע דינאַמיק שטעקט הינטער רייזעלעס דערפֿאָלג װי אַ טעאַטער־שטערן. פֿישעלע טרעפֿט זי אױפֿן מאַרק װוּ זי זינגט שטײענדיק אויף אַ פֿרוכטן־קעסטל. זי זאָגט צו אים: „זאָלסט װיסן…קונסט שטייט העכער פֿון אַלץ!“
דאָס קעסטל איז איינער פֿון גלאַיס בינע־חפֿצים מיט אַ סימבאָלישן באַטײַט. אַ פּשוטער טאָגטעגלעכער אָביעקט איז אַ מין זכּרון־פּושקע װאָס פֿאַרבאַהאַלט דעם חלום פֿון די קינדעריאָרן. דאָס קעסטל באַװײַזט זיך װידער אינעם פֿאָיע, װען די דערװאַקסענע רײזל זעצט זיך אַנידער כּדי אָפּצוגעבן זיך אַ דין־וחשבון פֿון איר לעבן.
אַזאַ מין פֿונקציע האָבן די בינע־חפֿצים אויך אין אַנדערע פּיעסעס. אין „באַכס פּאַרטיטע אין רע מאַזשאָר“ איז דאָס דער שוואַרצער הוט, װאָס די מאַמע טראָגט װען זי קומט צו איר טאָכטערס פּיאַנע־קאָנצערט.
אײן בליק אױף דעם הוט ברענגט די טאָכטער פֿון די כּלים אַרױס און מאַכט קאַליע דעם קאָנצערט. דער הוט איז דאָ אַ סימן פֿון דער מוטערס קאָנטראָל איבער דער טאָכטערס פּערזענלעכקײט — אַ פּראָבלעם, װאָס זײ בײדע מוזן לײזן.
אַ פּשוטער חפֿץ איז אָפֿט מאָל חשובֿער אײדער אַ בכּבֿודיקער. „דאָס ציינבערשטל און די כּתובֿה“ איז אַ פּיעסע װעגן אַ משפּחה־ברוגז. דער מאַן װאַרפֿט מיט כּעס זײַן טעלעפֿאָן אין דער װאַנט אַרײַן און צעברעכט על־פּי־צופֿאַל די כּתובֿה. דאָס צעבראָכענע גלאָז איז אַן אָנזאָגער פֿונעם משפּחה־קריזיס.
דער מאַן ציט זיך אַריבער אין אַן אַנדער דירה, אָבער קען ניט געפֿינען זײַן ציינבערשטל. אין צװישן געפֿינט די פֿרױ אָט דעם צײנבערשטל און דאָס גיט איר אַ תּירוץ צו טעלעפֿאָנירן דעם מאַן. דער סוף איז גוט; שלום־בית װערט אױפֿגעשטעלט.
גלאַי האָט געשריבן מוזיק צו די לידער פֿון פֿאַרשײדענע ייִדישע און העברעיִשע דיכטער. אין זײַן טעאַטער איז מוזיק ניט קיין באַפּוצונג, נאָר אַן אייגנאַרטיקע בינע־שפּראַך. אױך טאַנץ איז פֿאַר גלאַי, ווי ער האָט געזאָגט אין אַן אינטערוויו, „די שפּראַך פֿונעם גוף“, װאָס איז וויזועל, דינאַמיש און פֿאַרשטענדלעך פֿאַר אַלעמען.
אַ סינטעז צװישן װאָרט, קלאַנג און באַװעגונג קומט פֿאָר אין „אַ פֿריילעכס פֿאַר איסאַ“. אין דער פּיעסע, װאָס איז געװידמעט דער באַרימטער זינגערין איסאַ קרעמער, װערן איבערגעפֿלאָכטן לידער, טענץ, ביאָגראַפֿישע פּרטים, אַרכיוואַלע דאָקומענטן און חלומות.
אַ װיכטיקער זשאַנער אין גלאַיס דראַמאַטורגיע איז די גראָטעסקע סאַטירע. „ווי מאַכט מען חרובֿ אַ פֿאָלק“ איז אַ בינע־עקספּערימענט: חיים װיל װײַזן זײַן חבֿר יאַנקל װי אַזױ צו „צערײַסן אױף שטיקער“ גוטע אָרנטלעכע מענטשן דורך דעמאַגאָגיע און געװאַלט.
חיימס װערטער „מען האָט אַ מאָל גרינטלעך מתקן געװען דאָס פֿאָלק. איצט קומט די ריכטיקע שעה מאַכן פֿון אים אַש און פּאָרעך“ קלינגען ספּעציעל אַקטועל אין דער הײַנטיקער געשפּאַנטער פּאָליטישער אַטמאָספֿער סײַ אין אַמעריקע סײַ אין ישׂראל.
אין אַן אינטערוויו האָט גלאַי געזאָגט, אַז אַ קינסטלער דאַרף ניט בלויז שילדערן די װירקלעכקײט, נאָר אויך אָנווײַזן אויף אַ בעסערער וועלט מיט מער יושר און ליבע. זײַנע פּיעסעס זאָגן אָבער ניט צו, אַז קונסט קען ברענגען אַ תּיקון־עולם. צװישן זײַנע פּערסאָנאַזשן זײַנען ניטאָ קײן אידעאַלע העלדן. זײַן טעאַטער איז אַ פֿאָיע, װוּ מען טרעפֿט זיך פּנים־אל־פּנים מיט זיך אַלײן, מיט אַלע זײַנע שװאַכקײטן און חסרונות.
Support for the Forverts comes in part from the Marinus and Minna B. Koster Foundation
We believe that there shouldn’t be any barriers to quality, independent Jewish news. That’s why we invite millions to read and share our journalism without a paywall or subscription.
But did you know that only 2% of Forward readers donate to support us?
While the Forward is free to read, it isn’t free to produce. Big stories — like deep dives into the antisemitism data, political scoops or reporting trips to college campuses — take months of research and fact-checking. All while we keep you informed of what you need to know each day.
Reader support is the only way that we are able to do this work. If you find value in what we do, please support our nonprofit newsroom.

